ביי זיין באזוך אין יוטא היינט האט דער פרעזידענט עפנטליך קאגראטולירט דעם יוטא סענאטאר אורין העטש, און האט אים געזאגט אז ער האפט אז דער וועט לויפן פאר נאך טערמין, טראץ זיין טיפע עלטער פון 83 יאר, דאס קומט נאכדעם וואס פילע קלאנגן זאגן אז העטש פלאנט נישט צו לויפן פאר נאך א טערמין, און אנשטאט אים וועט לויפן דער געוועזענער פרעזידענטליכע קאנדידאט מיט ראמני, און די אנדארסירונג פון טראמפ איז אויסגעטייטשט געווארן ווי א שטעך אין די ריכטונג פון ראמני וועלכער איז ארויסגעקומען מיט א שטארקע פארדאמונג קעגן טראמפ נאך די שארלאטסוויל ראיאטן. אבער טראמפ האט עס אפגעווארפן און געזאגט פאר די מידיע ״מיט איז א פיינער מענטש״.

בילד: פרעזידענט טראמפ רופט פאר העטש צו לויפן פאר נאך א טערמין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל