דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן געעפנט זיין כמעט-טעגליכע רוטין פון א טוויטער בליץ, און דאסמאל איז די ציל געווען די עף-בי-איי און איר געוועזענע פירער דשעימס קאומי וועמען ער האט באשולדיגט אז ״ער האט רואינירט די עף-בי-איי מיט זיין פאלשע קלינטאן אימעיל אויספארשונג, און איר רעפוטאציע איז אצינד צוברעקלט״ און דאן פארשפראכן אז ער וועט עס צוריקברענגען צו איר געוועזענעם שטאנד. דאס איז געקומען נאך באריכטן איבער אן עף-בי-איי אגענט וועלכער איז געווען באקאנט מיט זיינע אנטי-טראמפ שטעלונגען וואס איז געווען פארמישט אין די קלינטאן אויספארשונג. און אז ער איז אפגעזאגט געווארן פון ארבייטן אויף די קעיס פון טראמפ-רוסלאנד הערשט נאכדעם וואס ער האט געלופטערט זיינע פאליטישע מיינונגען אויף טוויטער.

בילד: פרעזידענט טראמפ אטאקירט די עף-בי-איי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל