ניו יארק – אן אנליין פאנדרעיזינג קאמפיין, וועלכע איז געשאפן געווארן צו העלפן די חשוב'ע משפחת אזאן הי"ו, וועלכע איז באטראפן געווארן פון דער שווערער פירפאכיגער טראגעדיע ביים פייער אין פלעטבוש פארלאפענעם חנוכה, האט באוויזן אויפצוטרייבן א האלב מיליאן דאלאר. ליידער זענען פיר אומגעקומען אינעם פייער, די מוטער מרת עליזה ע"ה, און אירע קינדער משה ע"ה, יצחק ע"ה און הנריטה ע"ה, און דאס פייער האט איבערגעלאזט דעם חשוב'ן פאטער ר' יוסף הי"ו און עטליכע קינדער אין א גאר שווערן צושטאנד, וואס דאס ערשטע איז די טאכטער שילת בת עליזה לרפו"ש. דער פאנדרעיזינג קאמפיין איז אונטערגענומען געווארן מיט קנאפע 8 טעג צוריק, און רחמנים בני רחמנים האבן זיך אזוי ווארעם אנגערופן, אז מ'האט שוין אויפגעטריבן איבער 550,000 דאלאר, וואס דאס געלט וועט גיין צו דעקן די קאסטבארע מעדיצינישע באהאנדלונגען.

בילד: אַ האלבן מיליאן פאר משפחת אזאן הי"ו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל