יוטא – א פראגע וואס עגבערט ביי פאליטישע קעפ אין די יעצטיגע טעג, ספעציפיש די וועלכע קוקן ארויס צו זען וויאזוי די מידטוירם וואלן אין יאר 18' גייען זיך אויסקאכן, איז צי דער רעפובליקאנער יוטא סענאטאר אורין העטש וועט לויפן פאר ווידערוויילונג. סענאטאר העטש האט שוין געזאגט אז ער וועט באשליסן ענדע יאר 17' צי ער לויפט נאכאמאל, אדער רעטייערט, און טראץ וואס דערווייל זעט נישט אויס ווי ער וועט מאכן א באשלוס בעפאר ענדע יאר, האט ער צייט ביז מערץ אין יאר 18', וואס באדייט 3 מאנאטן ארום, וואס דאן דארף ער אריינגעבן אפליקאציעס צו לויפן נאכאמאל. די פראגע איבער העטש איז פריש אויפגעקומען נאכדעם וואס דער "סאלט לעיק טריביון", יוטא'ס גרעסטע צייטונג, האט פובליצירט א בייסיגן עדיטאריעל, אין וועלכע זיי רופן העטש נישט צו לויפן נאכאמאל.

בילד: וועט אורין העטש לויפן נאכאמאל?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל