וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט שארפע פארדאמונג קעגן א רעפובליקאנער פאליטישער קאנדידאט, וועלכער האט אין די לעצטע פאר טעג פארשפרייט העסליכע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע. די רעדע איז פון פאול נעהלען, וועלכער לויפט פאר קאנגרעס קעגן דעם אמטירנדן קאנגרעס ספיקער פאול רייען, און טראץ וואס נעהלען האט ביז יעצט געהאט די שטיצע פונעם עקסטרעם-רעכטן נאציאנאליסט סטיוו בענאן, האט בענאן נעכטן דערקלערט אז ער קען מער נישט שטיצן נעהלען. דער קאנדידאט איז געקומען אונטער קריטיק נאכ'ן נישט דערמאנען מדינת ישראל אלס טייל פון זיינע פריאריטעטן, און רעאגירנדיג צו דער ציוניסטישער קריטיק, האט ער נאכגעשריבן וואס איינער פון זיינע שטיצער האבן געשריבן "אוי, קוק א איד איז גערעגט אז מ'האט נישט דערמאנט איזראעל. ס'איז צווייטע וועלט קריג דייטשלאנד ווידעראמאל. אוי וויי, א פרישע שואה". נעהלען'ס פארשפרייטן די קאמענטארן זענען שארף אראפגעריסן געווארן דורך פאליטישע פיגורן פון ביידע פארטייען.

בילד: פאול נעהלען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל