צאנא – נעכטן האט מען געזען א שטראל פון האפענונג אז די טויטליכע שלאכטן אין תימן וועלן קומען צו אן ענדע, נאכדעם וואס דער געוועזענער תימנ'ער פרעזידענט האט געזאגט אז ער איז גרייט פאר געשפרעכן מיט סאודי אראביע. די אומרוען און שלאכטן אין תימן, קומען פאר צווישן די איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן און דאס סאודיער מיליטער, אין דער צייט וואס די האוטי רעבעלן האבן די שטיצע פונעם געוועזענער תימנ'ער פרעזידענט, אלי אבדולא סאלע, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט אין יאר 12', נאך די "אראבישע פרילינג", וואס האט אויך געברענגט א רעוואלוציע אין זיין לאנד. סאלע איז טאקע מער נישט אין אמט, אבער וויבאלד ער שטיצט אפן די האוטי רעבעלן, האבן די סאודיער שטארק באגריסט דאס וואס סאלע האט געזאגט נעכטן אז ער איז גרייט פאר שלום געשפרעכן מיט די סאודיער.

בילד: שלום אין תימן? שטארק מעגליך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל