האנדורעס – די וואל אומרוען אינעם צענטראל-אמעריקאנער לאנד האנדורעס, איז נעכטן געווארן טויטליך, נאכדעם וואס דריי זענען אומגעקומען אין א געפעכט מיט פאליציי אפיצירן. די אומרוען האבן אויסגעבראכן מיט עטליכע טעג צוריק, נאכדעם וואס עס זענען דארטן פארגעקומען וואלן, וואו דער לינקער קאנדידאט סאלוואדאר נאסראלא האט ביים אנהייב ציילונג געהאט מער שטימען ווי דעם אמטירנדער פרעזידענט כואן ארלאנדא הערנענדעז, אבער למעשה איז דער ציילונג פראצעדור פארלאנגזאמט געווארן, וואס נאסראלא'ס שטיצער באשולדיגן אז פרעזידענט הערנענדעז טוט עס דירעקט, צו קענען פעלשן די רעזולטאטן. נאסראלא'ס שטיצער זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן אויף די גאסן גאר ווילד, וואס האט געברענגט דערצו אז די פאליציי זאלן איינשטעלן א "קורפיו", אז קיינער טאר זיך נישט דרייען אויף דער גאס אין די ביינאכט שטונדן. עטליכע האבן פארלעצט דעם קורפיו און יא אנגעהאלטן די פראטעסטן, ברענגענדיג א קאנפראנטאציע מיט די פאליציי, וואס האט זיך געענדיגט מיט'ן טויט פון 3 נאסראלא שטיצער.

בילד: האנדורעס וואל אומרוען ווערן טויטליך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל