ניו יארק – גאווערנאר קאומא'ס אויסגעברייטערטע באנוץ פון די סטעיט פאליציי צו באקעמפן טעראר אין ניו יארק סיטי, וועט קאסטן פאר שטייערצאלער אמווייניגסטענס א באזונדערע 42 מיליאן דאלאר. דער מיט-יאר בודזשעט באריכט וואס איז נארוואס פארעפנטליכט געווארן דורך די קאומא אדמיניסטראציע צייגט א העכערונג פון 16 מיליאן דאלאר אין פאראויסגעזאגטע סטעיט פאליציי אפעראציע קאסטן פאר'ן יאר 2018, וואס איז אין צוגאב צו די 26 מיליאן דאלאר וואס איז שוין געווען צוגעלייגט צו די אריגינעלע 671 מיליאן דאלארדיגע בודזשעט נאכ'ן ערשטן פערטל פון יאר. די קאומא אדמיניסטראציע האט אין יאנואר צוגעלייגט נאך סטעיט טרופער וואס זאלן באוואכן די סיטי לופטפעלדער, בריקן און טונעלן, וואס איז געצילט געווען צו באוואכן די פלעצער פון מעגליכע טעראר אטאקעס און אין די זעלבע צייט אויך זען צו כאפן מאטאריסטן וואס באצאלן נישט קיין טאל ביי די קעש-לאזע טאל פלעצער.

בילד: סטעיט פאליציי קאסטן שטארק געשטיגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל