ניו יארק – א פרישע שטודיע אויף די אוויאציע אינדוסטריע האט פרובירט צו דערגיין וויאזוי לופטליניעס האבן אין די לעצטערע יארן געטוישט זייער סיסטעם, אז פילע סערוויסעס וועלכע פלעגן צוגעשטעלט ווערן פאר אומזיסט, זענען היינט נאר פארהאן אלס אפציעס אויב מען איז גרייט צוצוצאלן אביסל געלט אינדערזייט. די שטודיע פירער האבן באטראכט לופטליניעס פון איבער דער וועלט, און צוזאמגעשטעלט אז לופטליניעס האבן היינט צוטאגס אזויפיל ווי 540 באזונדערע אפציעס פון זייטיגע סערוויסעס, וואס פאר א קליינעם אפצאל קען מען געניסן פון די סערוויסעס. די עקספערטן ווארענען אויך אז לופטליניעס וועלן רוב מאל ארויסשטעלן אנליין א טיקעט פרייז, גאר ביליג, אבער מען זאל זיך נישט לאזן שנעל פארנארן, ווייל עס קען זיין אז דער טיקעט איז א "נאקעטער", דאס הייסט אז עס פארמאגט ממש נישט דאס מינדעסטע סערוויסעס, אפילו נישט אן אומזיסטע ערשטע רענצל אדער עסנווארג אויפן פליגער, וואס ווען מען צאלט צו שפעטער פאר די אלע זאכן, קומט אויס דער טיקעט געהעריג טייער.

בילד: 540 "סערוויס" אפציעס אויף רייזע בילעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל