וואשינגטאן – קאנגרעס האט נעכטן געשטימט צו באשטעטיגן א נייע געזעץ, וועלכע וועט פיל לויזער מאכן גאן געזעצן איבער'ן גאנצן לאנד. דער געזעץ וועט ברענגען אז ווען עמיצער האט א "קאנסיעלד קערי" פערמיט אין איין סטעיט – דאס הייסט אז ער האט, צום ביישפיל, א פערמיט פון די ניו יארק סטעיט רעגירונג צו מעגן ארומגיין באהאלטענערהייט מיט א לעגאלן גאן – זאל זיין פערמיט ווערן אנערקענט אין אלע אנדערע סטעיטס, און ער זאל נישט דארפן ספעציעל ארויסנעמען א נייעם פערמיט אין יעדע סטעיט וואו ער וויל זיך ארומטראגן מיט זיין גאן.

אנטי-גאן אקטיוויסטן זאגן אז דאס וועט ברענגען הפקרות, ווייל געוויסע סטעיטס ערלויבן געוויסע סארט קרימינאלן צו האבן א "קאנסיעלד קערי" פערמיט, און אזעלכע קרימינאלן וועלן זיך קענען דרייען מיט זייער גאן אויך אין סטעיטס וואו זיי זענען עכט נישט ערלויבט בכלל צו האבן א גאן.

עס איז באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס מיט 231 שטימען, און 198 קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן. דער אפשטימונג איז געווען מער-ווייניגער צעטיילט לויט פארטיי ליניעס, אבער עס זענען דאך געווען 6 דעמאקראטן וואס האבן געשטימט פאר'ן ביל און 14 רעפובליקאנער וואס האבן געשטימט דערקעגן.

בילד: קאנגרעס באשטעטיגט לויזערע גאן רעגולאציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל