קאליפארניע – נעכטן איז דער צאל אקטיווע ריזיגע פייערס לענגאויס קאליפארניע, געשטיגן צו 4, ווען אינעם רייכן "בעל-עיר" געגנט האט אויסגעבראכן א פייער. דער נייער פייער, וועלכע ווערט באצייכנט אלס "דער סקירבאלל פייער", האט שוין געהאט אפגעברענט 150 אקער-לאנד ביז נעכטן מיטוואך נאכט און פארברענט אמווייניגסטנס 6 הייזער. דער פייער האט אויך געברענגט גאר נאנט צום "405 פריוועי" שאסיי, וועלכע איז אפיציעל די מערסט-פארנומענע הייוועי איבער'ן לאנד מיט 400,000 קארס טעגליך דערויף, און די אויטאריטעטן זענען געווען געצווינגען אפצושפארן טיילן פונעם שאסיי. דערווייל האבן די אנדערע דריי פייערס, וועלכע ברענען אין לאס אנדזשעלעס קאונטי און אין ווענטורא קאונטי, שוין פארברענט אינאיינעם נאנט צו הונדערט טויזנט אקער-לאנד. נאנט צו א פערטל מיליאן איינוואוינער לענגאויס קאליפארניע זענען אונטער עוואקואציע פארארדענונגען, און באאמטע האבן ווידער געווארנט אז עס קען מעגליך דויערן עטליכע וואכן ביז מען וועט ברענגען די פייערס אונטער קאנטראל.
הוסף רשומת תגובה