בערלין – די הויפט פעדעראלע אגענטור אין דייטשלאנד, וועלכע פארשט נאצי פארברעכנס, האט איבערגעגעבן 9 נייע קעיסעס פאר די רעגירונג פראקורארן, מיט דער מעגליכקייט אז עס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן קלאגעס קעגן די 9 פארשוינען. די 9 מעגליכע פרישע נאצי פראצעסן נעמען אריין אזעלכע וואס האבן געדינט אלס וועכטער אין דעם טויט לאגער אוישוויץ, מאטהאוזען, בוכענוואלד און רעיווענסברוק, און זענען ביז היינט נישט געשטעלט געווארן פאר קיין פראצעס.

דער הויפט פראקוראר, האנס ראמעל (Jens Rommel), האט געזאגט אז רוב פון די 9, וועלכע וועלן ווארשיינליך אנגעקלאגט ווערן, זענען אין זייערע מיטעלע 90'ער יארן, און די קלאגעס וועלן געברענגט ווערן אונטער נייע פארשריפטן, וואס זענען באשטעטיגט געווארן מיט א צייט צוריק, אז אפילו אויב עמיצער איז נישט געווען דירעקט פארמישט אין די מארדן, נאר האט אבזערווירט אדער געדינט אין א לאגער וואו ס'זענען פארגעקומען מארדן, קען ער אויך געקלאגט ווערן.

בילד: דער הויפט פראקוראר, האנס ראמעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל