אוקראינע – א חנוכה מנורה ביי א שוהל אינעם אוקראינער הויפטשטאט קיעוו, איז אנגעשפריצט געווארן מיט רויטע פארב, ענליך צו בלוט, און איז וואנדאליזירט געווארן מיט א האקנקרייץ. דער אינצידענט האט פאסירט ביים פאדאל שוהל, וואו די מנורה איז געשטאנען אינדרויסן פון דער געביידע. בילדער וואס דער לאקאלער עסקן ר' ראובן סטאמאוו הי"ו האט פארשפרייט פון דער וואנדאליזירטער מנורה, צייגט א געדעכטע פליסיגקייט וואס באדעקט גרויסע טיילן דערפון, וואס די פאליציי זאגן אז עס איז מעגליך טאקע ווירקליך בלוט, אפשר פון א שוויין. אויב וועט זיך דאס ארויסשטעלן אלס בלוט פון א שוויין, וועט דאס זיין ענליך צו דער אנטיסעמיטישער אטאקע וואס וואנדאלן האבן דורכגעפירט מיט מער ווי א יאר צוריק אויפן ציון הקדוש פון הרה"ק רבי נחמן מברעסלאוו זי"ע אין אומאן, אוקראינע, באגיסנדיג דאס ביהמ"ד נעבן ציון מיט רויטע בלוט/פארב, איבערלאזנדיג א קאפ פון א שוויין, אלס פארשעמונג.

בילד: מנורה אין קיעוו וואנדאליזירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל