לאנדאן – א פארשוין איז ארעסטירט געווארן ביי א מיליטערישער באזע אין ענגלאנד, וועלכע ווערט גענוצט דורך דעם אמעריקאנער מיליטער, נאכדעם וואס ער האט פרובירט אריינצושטורעמען אין דער באזע מיט זיין אויטא. דער אינצידענט ביי דער מילדענהאל רויעל עירפארס באזע איז נישט פארבונדן מיט טעראר, לויט ווי אויטאריטעטן האבן נעכטן געזאגט, אבער זיי האבן נאכנישט ארויס די מאטיוון פונעם פארשוין. לויט ווי בריטישע פאליציי געבן איבער, האט דער פארשוין קודם פרובירט אריינצוקומען אין דער באזע דורכ'ן זיך אהערשטעלן אלס א זעלנער, און ווען די זיכערהייט וועכטער ביים צוים האבן באמערקט אז ער פעלשעוועט, האבן זיי אים פארשיקט, און סעקונדעס שפעטער האט ער פרובירט אריינצוקראכן אין די צוימען פון דער באזע מיט זיין קאר. דאן האבן עטליכע אמעריקאנער זעלנער געעפנט פייער אין זיין ריכטונג, און דער פארשוין איז גענומען געווארן אונטער ארעסט מיט מילדע וואונדן.

בילד: אינצידענט ביי אמעריקאנער בריטישע באזע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל