לאנדאן – א אידישער יוגנטליכער איז ערנסט פארוואונדעט געווארן פון א שטעכעריי אין א לאנדאנער פארק. דער זעכצן יעריגער, וועלכער איז א סטודענט אין דער "דזשואיש קאמיוניטי סעקאנדערי סקול", איז געשטאכן געווארן איבער צוועלף מאל אין די פיס, דורך א גרופע פארשוינען, וואס די פאליציי זאגן אז דער איד האט בכלל נישט געוואוסט צו זאגן ווער די אטאקירער זענען – וואס מאכט עס מער אויסזען ווי א בייזוויליגע אנטיסעמיטישע אטאקע, הגם די אידישע "קאמיוניטי סעקיוריטי טראסט" זאגט אז דערווייל איז נישטא קיין אינפארמאציע וואס זאל צייגן אז ס'איז געווען אנטיסעמיטיש מאטיווירט. די אטאקע האט פאסירט אין "רעגענטס פארק" אויף דער פרימראוס הילל גאס, און באלד זענען אנגעקומען פאליציי און פאראמעדיקס, וועלכע האבן אים אפגעפירט אין שפיטאל, וואו ער געפינט זיך נאך אין אן ערנסטע, אבער סטאבילע, צושטאנד, און דאקטוירים זאגן אז ער וועט דארפן האבן אמווייניגסטנס איין אפעראציע צו פאררעכטן אינערליכע וואונדן. די "סקאטלאנד יארד" פאליציי זאגן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג, און בעטן הילף פון אנדערע וועלכע האבן זיך געפינען אין דער געגנט אין דער צייט פון דער שטעכעריי, צו כאפן די שולדיגע פארשוינען.

בילד: איד אין לאנדאן געשטאכן צוועלף מאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל