וואשינגטאן – די רעפובליקאנער אינעם סענאט, וועלכע פארשן אויס מעגליכע מיסברויכן פון פרוי קלינטאן, איבער'ן פארקויף פון אמעריקאנער אוראניום פעלדער פאר דער רוסישער רעגירונג, האבן נעכטן געזאגט אז זיי האבן באוויזן צו שאפן עמיצן וועלכער וועט אויפטרעטן פאר זייער אויספארשונג קאמיטע און וועט איבערגעבן וואס ער ווייסט איבער'ן דיעל. די סענאטארן האבן נישט ארויסגעגעבן דעם נאמען פונעם עדות, אבער וויליאם קעמפבעל, א געוועזענער אמעריקאנער לאביאיסט פאר רוסישע אינטערעסן, האט נעכטן דערציילט פאר "רויטערס" אז ער איז עס. קעמפבעל האט געארבעט אלס לאביאיסט פאר דער רוסישער רעגירונג-קאנטראלירטער "ראסאטאם" אויל פירמע, וועלכע האט געמאכט דעם דיעל אפצוקויפן די אמעריקאנער אוראניום, און דער סענאט נוצט אים שוין סייווי אלס עדות אין אן אנדערע אנגייענדיג אויספארשונג איבער שווינדל און שוחד אינערהאלב ראסאטאם, און אצינד וועלן זיי אים נוצן אין דער אנטי-קלינטאן אויספארשונג. ער האט אבער נישט געוואלט קאמענטירן, צי ער ווייסט עפעס וואס קלינטאן האט געטאן אומגעזעצליך.
הוסף רשומת תגובה