ווארשא – געשריבענע ערשט-האנטיגע באריכטן און שילדערונגען, וואס אידן וועלכע זענען געווען איינגעשפארט אינעם ווארשעווער געטא האבן געשריבן, איז נעכטן צום ערשטן מאל ארויסגעשטעלט געווארן אויף אויסלייג צום פובליק. די דאקומענטן זענען טייל פון דעם "רינגעלבלום ארכיוו", וואס דער אידישער היסטאריקער עמאנואל רינגעלבלום און אנדערע געטא אידן האבן געזאמלט אין לויף פון די יארן וואס זיי זענען געווען אין געטא. דער ארכיוו איז אנטדעקט געווארן אין די ענדע 940'ער יארן, באהאלטן אין צען מעטאלענע קעסטלעך און צוויי מעטאלענע מילך קאנעס, וועלכע האבן וואונדערליך איבערגעלעבט דעם נאצי מיליטערישן קאמפיין צו פארניכטן דעם גאנצן געטא. די זאמלונג באשטייט פון איבער 35 דאקומענטן, און אויסער די שילדערונגען וואס אידן האבן אליינס אפגעשריבן זייענדיג אין געטא, פארמאגט עס אויך אריגינעלע נאצי פראקלאמאציעס וואס זיי האבן אויסגעהאנגען אינעם געטא, געטא עסנווארג קארטלעך, באן טיקעטס, פריוואטע בריוון און בילדער וועלכע דערציילן וויאזוי עס האט אויסגעזען דאס לעבן אין געטא.

בילד: ווארשעווער געטא דאקומענטן ענדליך פובליצירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל