וואשינגטאן – עף-בי-איי באאמטע ווארענען איבער א נייע סארט העקעריי געפאר אין אמעריקע און איבער דער וועלט, און דאס צילט דעם ריעל עסטעיט מארקעט, ווען העקערס קענען ארויסשווינדלען פון מענטשן צענדליגער טויזנטער, צי אפילו הונדערטער טויזנטער, דאלארן אנדעם וואס יענע זאלן זיך כאפן איידער ס'איז צו שפעט. די העקעריי ארבעט ווי פאלגענד: דער העקער דרינגט זיך אריין אינעם קאמפיוטער און אימעיל סיסטעם פון א ריעל עסטעיט אגענט, און ער זעט א ליסטע פון פראפערטיס און הייזער וועלכע שטייען צום פארקויפן, און אויך האנדלערייען צווישן דעם אגענט און מענטשן וועלכע קויפן הייזער. דער העקער זעט דעם סטאטוס פונעם פארקויף פון א ספעציפישן הויז, און דאן צילט ער דעם מענטש וואס קויפט עס אפ, דורכדעם וואס ווען עס קומט צו שיקן "קלאוזינג" געלטער אדער סיי וועלכע גרויסע געלט-טראנספער אין פארבינדונג מיט'ן הויז-פארקויף, טוט דער העקער שיקן אן אימעיל צום קונה, אנשטעלנדיג אז דער קונה זאל מיינען אז דער אימעיל קומט פונעם באנק, מארטגעדזש פירמע, וכדומה, מיט אינסטרוקציעס וויאזוי צו מאכן א "ווייער טראנספער" פון די גרויסע געלטער. איבריג צו זאגן אז דער העקער בלייבט מיט די געלט, און רוב מאל איז נישטא אפילו א וועג צו טרעפן דאס מינדעסטע שפור פון אים.

בילד: נייער ריעל עסטעיט געפאר: העקערייען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל