ברוקלין – דער ניו יארק סיטי קאונסיל האט נעכטן באשטעטיגט דעם ריזאונינג פלאן פון די "פייזער" פראפערטי אין סאוט וויליאמסבורג בראדוועי טרייענגל געגנט. די אפשטימונג איז באשטעטיגט געווארן מיט 37 קאונסיל מיטגלידער וועלכע האבן געשטימט דערפאר, זיבן האבן געשטימט דערקעגן און 2 האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען. די אפשטימונג איז גאר פריידיגע נייעס פאר וויליאמסבורג, וויבאלד עס באדייט די ערשטע שריט פון אנטוויקלען א גרויסע האוזינג פראיעקט פון אכט געביידעס, וואס וועט צושטעלן פרישע עלף הונדערט דירות, פון וועלכע ארום 300 וועלן זיין "עפארדעבל".

בילד: פייזער ריזאונינג באשטעטיגט אין וויליאמסבורג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל