אלבאני – א פעדעראלער ריכטער אין מאנהעטן האט נעכטן געשטעלט א דאטום פאר א נייעם פראצעס פאר'ן געוועזענער ניו יארק סטעיט סענאט פירער דיען סקעלאס, אויף קארופציע קלאגעס קעגן אים. סקעלאס איז געקלאגט און ארעסטירט געווארן אלס טייל פון א מאסיוון אנטי-קארופציע קאמפיין וואס ניו יארקער פראקורארן האבן אונטערגענומען מיט עטליכע יאר צוריק, וואס האט אויך אריינגענומען דעם ארעסט און קלאגעס קעגן געוועזענעם ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער. סילווער'ס שולד אורטייל איז ארויסגעווארפן געווארן מיט א האלבן יאר צוריק, נאכדעם וואס זיינע לאיערס זענען געגאנגען אין געריכט און אנגעצייגט אויף א סופרים קאורט אורטייל פון אינמיטן יאר 16' וועלכע האט שווערער געמאכט פאר פראקורארן אנצוקלאגן פאליטישאנס מיט קארופציע קלאגעס, און אין סעפטעמבער איז סקעלאס' שולד אורטייל ארויסגעווארפן געווארן אויך פאר דער זעלבער סיבה, פונעם סופרים קאורט אורטייל. ניו יארקער פעדעראלע פראקורארן האבן פריש געקלאגט סקעלאס, און קומענדיגן זומער וועט זיך אנהייבן דער נייער פראצעס.

בילד: סקעלאס קריגט נייעם פראצעס דאטום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל