האוואאי – פעדעראלע קאוסט גארד באאמטע האבן נעכטן געזאגט אז די צוויי האוואאי פרויען וועלכע זענען געראטעוועט געווארן מיט עטליכע טעג צוריק פון וואסער, נאכ'ן זיין געשטראנדעט פאר א פינף מאנאטן, זאגן מעגליך ליגנט. די געשיכטע איבער די צוויי פרויען וועלכע האבן איבערגעלעבט אזא לאנגע צייט זייענדיג געשטראנדעט אויפן וואסער, איז אויפגענומען געווארן אלס א וואונדער דורכ'ן פאלק און דורך די מידיא, אבער די קאוסט גארד זאגט אז עטליכע דעטאלן פון דער געשיכטע וואס די פרויען האבן דערציילט שטימט נישט. ערשטנס האבן זיי פארמאגט א ספעציעלע "עמורדזשענסי ביקען" ראדיא, אבער זיי האבן עס קיינמאל נישט אקטיוויזירט, און די פראגע איז פארוואס זיי האבן עס נישט גענוצט צו קענען געטראפן און געראטעוועט ווערן פיל שנעלער. באזונדער זאגן וועטער עקספערטן אז די פרויען האבן דערציילט געשיכטעס פון ווילדע שטורעמעס און כוואליעס וואס זיי האבן געהאט אויסצושטיין, וואס לויט די דעטאלן וואס די צוויי דערציילן, שטעלט זיך ארויס אז עס זענען בכלל נישט געווען קיין שטורעמעס אדער כוואליעס אין די ערטער אינעם וואסער וואו די צוויי זאגן אז זיי זענען געווען אין די ספעציפישע דאטומען.

בילד: פראגעס איבער "וואסער פארלוירענע" געשיכטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל