וואשינגטאן – כמעט אלע אמעריקאנער סטעיטס האבן זיך צוזאמגענומען אריינצוגעבן א גרויסע געריכטליכע אנקלאגע, קעגן גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס וועלכע פראדוצירן "דזשענעריק" מעדיצינען, זאגנדיג אז די פירמעס האבן געארבעט אינאיינעם שטילערהייט און אומלעגאל, צו פארזיכערן אז זייערע פראפיטן בלייבן הויך. דזשענעריק מעדיצינען זענען געצילט צוצושטעלן ביליגע אפציעס פאר מענטשן וועלכע דארפן צוקומען צו א וויכטיגן מעדיצין, אבער קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן די פולע פרייז פאר די אריגינעלע "ברענד" פונעם מעדיצין, און די אנקלאגע – וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורך אטוירני דזשענעראלס פון 45 סטעיטס און וואשינגטאן די-סי – לויטעט אז אכצן פארמאסוטיקל פירמעס האבן זיך פאראייניגט און געארבעט אינאיינעם צו מאנעוורירן און מאניפולירן דעם מארקעט, אזוי אז די פרייזן פון דזשענעריק מעדיצינען זאלן נישט פאלן צו נידריג. אלס רעזולטאט פון די נייעס, זענען סטאקס פון עטליכע גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס גאר שטארק געפאלן נעכטן אין די נאכמיטאג שטונדן.

בילד: מולטי-סטעיט קלאגעס קעגן פארמאסוטיקלס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל