וואשינגטאן – נעכטן איז ווייטער געגאנגען דער פראצעס פון באו בערגדאל, דער אמעריקאנער זעלנער וועלכער ווערט אנגעקלאגט אלס א דעזערטירער נאכדעם וואס ער איז אנטלאפן פון זיין באזע אין אפגאניסטאן אין 09', ווערנדיג דערנאך געפאנגען דורך די טאליבאן וועלכע האבן אים געהאלטן פאר 5 יאר. דער פראצעס איז ווייטער געגאנגען נאכדעם וואס דער ריכטער האט געזאגט אז טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך נעגאטיוו אויסגעדרוקט קעגן בערגדאל, איז ער זיכער אז בערגדאל'ס פראצעס קען זיין יושר'דיג, אפווארפנדיג א ביטע פון בערגדאל'ס לאיערס אז דער פראצעס זאל אפגעשטעלט ווערן צוליב טראמפ'ס קאמענטארן. נעכטן אין געריכט האט מען געהערט אויפטריטן פון געוועזענע מיליטערישע קאלעגן פון בערגדאל, וועלכע האבן געזאגט אז ער איז געווען א געלונגענער זעלנער, טראץ וואס ער האט אפן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו אמעריקע'ס מיסיע אין אפגאניסטאן. אויך האט מען געהערט פון 2 אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטן, וועלכע האבן געזאגט אז בערגדאל האט פאקטיש געברענגט גאר א סאך נוצבארע שפיאנאזש אויף די טאליבאן, פון די 5 יאר וואס ער איז געווען אונטער זייער ארעסט.

בילד: בערגדאל פראצעס רוקט זיך פאראויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל