וואשינגטאן – אקטיוויסטן און היסטאריקער האבן נעכטן אנגעדרייט א שטורעם אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס דער ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי האט געגעבן אן אינטערוויו אין וועלכע ער האט קאמענטירט איבער'ן אנגייענדיגן שטורעם ארום מאנומענטן און סטאטוען פון קאנפעדערעיט פיגורן. קעלי האט געזאגט אז דער קאנפעדערעיט גענעראל ראבערט אי לי איז געווען "אן ערנפולער מאן, טראץ וואס ער האט געהאט פעלערן, גענוי ווי א סאך היסטארישע גוטע פרעזידענטן האבן געהאט פעלערן". באזונדער האט קעלי געזאגט אז די אמעריקאנער בירגער קריג איז געקומען צוליב וואס "מענטשן מיט גוטע כוונות פון ביידע זייטן, האבן פארפעלט צו קומען צו א שליכטונג". קעלי'ס קאמענטארן זענען אראפגעריסן געווארן אלס אומסענסיטיוו, ווען די קאנגרעסיאנעלע "שווארצע קאקוס" האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז "די בירגער קריג איז נישט געקומען צוליב א דורכפאל צו שליכטן א מיינונגס פארשידנהייט", נאר צוליב וואס געוויסע האבן געוואלט ווייטער האלטן די שווארצע פארקנעכטעט.

בילד: שטורעם ארום דזשאן קעלי קאמענטארן

זעה ווידיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל