וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער טעקסאס קאנגרעסמאן, דזשעב הענסערלינג, וועלכער איז דער פארזיצער פון דער קאנגרעסיאנאלער פינאנציעלער סערוויסעס קאמיטע, האט נעכטן געמאלדן, אז ער וועט נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין יאר 18', נאר ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס. הענסערלינג'ס מעלדונג אז ער וועט רעטייערן, איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון א גרויסע צאל רעפובליקאנער אין וואשינגטאן וועלכע האבן אין די לעצטערע וואכן געמאלדן אז זיי וועלן רעטייערן, און אלעס אינאיינעם זענען שוין פארהאן 8 אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט און 2 אמטירנדע רעפובליקאנער סענאטארן, וועלכע גייען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג.

דעמאקראטישע פארטיי שישקעס שארפן זיך די ציין, זאגנדיג אז די אלע רעפובליקאנער רעטייערמענטס מאכן נאר בעסער די שאנסן אז די דעמאקראטן זאלן פארכאפן קאנטראל אינעם סענאט און אויך פארגרעסערן די צאל זיצן אין קאנגרעס.

בילד: נאך א רעפובליקאנער וועט רעטייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל