לאנדאן – אן אינצידענט האט פאסירט מיט עטליכע טעג צוריק אין לאנדאן, וואו א געשעפט אנגעשטעלטער האט זיך אויסגעדרוקט מיט גאר העסליכע ווערטער צו א אידיש מיידל. דער אינצידענט האט פאסירט אין סטעמפארד הילל, לאנדאן, וואו דאס מיידל איז געקומען צו א געשעפט וואס באהאנדלט פעקלעך וואס דארפן ארויסגעשיקט ווערן, און דער ארבעטער האט אנגעהויבן איר סערווירן, ווען פלוצלינג האט דער ארבעטער אויפגעהערט און איז געגאנגען צום קומענדיגן קאסטומער. ווען דאס מיידל האט אנגעפרעגט פשט און געבעטן א רעסיט פונעם ארבעטער, האט יענער ווילד צוריקגעענפערט "זיי רואיג, אידן קומען די לעצטע!"

דאס מיידל איז אהיים און דערציילט פאר אירע עלטערן וואס דער געשעפט–ארבעטער האט איר געזאגט, און די עלטערן האבן זיך געוואנדן צו לאקאלע אידישע אקטיוויסטן, וועלכע האבן פובליצירט נעכטן די דעטאלן פונעם אינצידענט און זיי האבן געזאגט אז זיי האבן באריכטעט די גאנצע זאך פאר די פאליציי.

בילד: געשעפט'ס–מאן: "זיי רואיג, אידן קומען די לעצטע"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל