ניו יארק – פראקורארן אין אפסטעיט ניו יארק, האבן ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן אן 18 יעריגן פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט א וואנדאליזם אטאקע אויף א אידישן בית החיים. די אנטיסעמיטישע וואנדאליזם אטאקע האט פאסירט מיט א יאר צוריק אקטאבער, אויפ'ן בית החיים פון די אידישע קאנגרעגעישאן בית שלום אין ווארוויק, אראנדזש קאונטי ניו יארק, וואו מ'האט געפונען אנגעפירקלט האקנקרייצן, עס-עס סימבאלן און פרא-היטלער לאזונגען אויף דער וואנט ארום דעם בית החיים, וואס האט שאקירט די קליינע אידישע געמיינדע וואס עקזיסטירט דארטן. אויטאריטעטן אין ווארוויק, די לאקאלע פאליציי און פראקורארן, האבן געארבעט מיט סטעיט פאליציי באאמטע און אויספארשער צו כאפן די שולדיגע, און מיט א צייט צוריק זענען זיי דערגאנגען אויף די אידענטיטעט פון עריק קארבאנעראו, אז ער איז דער שולדיגער. אויסער האס פארברעכן קלאגעס, שטייט קארבאנעראו אויס קלאגעס פאר'ן פארמעקן באווייזן, ווען ער האט אויסגעמעקט בילדער פון דעם וואנדאליזם פון די סעלפאונס פון צוויי פריינט, וועלנדיג באהאלטן זיין ראלע אין דעם וואנדאליזם.

בילד: געקלאגט אפסטעיט ניו יארק בית החיים וואנדאליסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל