פּיאנגיענג – א באריכט צייגט אז עס זענען געווען אזויפיל ווי צוויי הונדערט פאטאליטעטן, ווען צפון קארעא האט דורכגעפירט איר זעקסטע נוקלעארע וואפנס טעסט אין סעפטעמבער. יענע נוקלעארע טעסט האט פריש אויפגעוועקט די וועלט צום געפאר פון צפון קארעא, און עס האט געברענגט די שארפע סטראשונקעס פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, אז ער וועט אונטערנעמען מיליטערישע שריט קעגן צפון קארעא, און דער פרישער באריכט צייגט אז דער טעסט איז געווען אזוי מאכטפול און דעסטרוקטיוו, אז ס'האט געקאסט די לעבנס פון 200 צפון קארעא בירגער. לויט'ן באריכט, וועלכע איז פארעפנטליכט געווארן דורך דער יאפאנעזער מידיא, האט צפון קארעא דורכגעפירט דעם טעסט אויפן פּונזשאירי בארג, און פון די שטארקע קראפט וואס דער טעסט האט ארויסגעלאזט, איז דער בארג טיילווייז צוזאמגעפאלן, באגראבנדיג צענדליגער ארבעטער וועלכע האבן געארבעט אין אונטערערדישע טונעלן אינעם בארג. ווען רעטונגס ארבעטער זענען אריין אין די צוזאמגעפאלענע טונעלן אפירצוזוכן די ארבעטער, האט פאסירט נאך א צוזאמפאל, און אלעס אינאיינעם זענען 200 מענטשן געשטארבן.

בילד: פאטאליטעטן פון צפון קארעא טעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל