טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז זי וועט נישט אויסברייטערן איר מיסיל פראדוקציע, ווייל זי איז צופרידן פון די פעאיגקייטן און פארגעשריטנקייט פון די מיסילס וואס זי פארמאגט שוין יעצט. די מעלדונג איז געקומען פון מוכאמעד אלי דזשאפארי, דער גענעראל פון דער טרויעריג-בארימטער איראנער רעוואלוציאנערער גארד מיליטערישער אפטיילונג, וועלכער האט געזאגט אז אויף די אנווייזונגען פונעם איראנער פירער, איאטאלא כומעיני, האט דאס איראנער מיליטער באשלאסן צו פארבלייבן מיט די יעצטיגע סארט באליסטישע מיסילס וואס זי פארמאגט, און זי וועט בלויז פראדוצירן פיל מער דערפון. דאס איז נישט אויפגענומען געווארן ווי א פאזיטיווע אנטוויקלונג, וויבאלד דזשאפארי האט געזאגט אז די סיבה פארוואס איראן זוכט נישט צו מאכן אירע מיסילס מער פארגעשריטן, איז ווייל "מיר האבן שוין די מעגליכקייט צו גרייכן אונזערע צוויי וויכטיגסטע צילן", זאגנדיג אז די צילן זענען מדינת ישראל און אמעריקע'ס מיליטערישע באזעס לענגאויס דעם מיטל מזרח. איראן'ס פרישע סטעיטמענטס איבער אירע מיסילס, איז ווארשיינליך א רעאקציע צו פרעזידענט טראמפ'ס סטראשונקעס ארויפצושטעלן פרישע סאנקציעס צוליב איראן'ס אנטוויקלונג פון מער-פארגעשריטענע מיסילס.

בילד: איראן צופרידן פון אירע מיסילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל