בעיזשינג – אין א גרויסן דורכברוך אין אזיע, האט מען נעכטן געהערט אז די רעגירונגען פון כינע און דרום קארעא, האבן באשלאסן אפצושטעלן זייער לאנגיעריגע רוגזה איינער קעגן דעם צווייטן און זיי וועלן ווייטער אנהייבן קאאפערירן ווי פריינטליכע אליאירטע לענדער. די רוגזה צווישן די צוויי לענדער האט געשטאמט פון דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט מיט יארן צוריק באשלאסן אריינצושטעלן א פארגעשריטענעם "טאאד" מיסיל שוץ סיסטעם אין דרום קארעא, נאכ'ן באקומען פילע ביטעס פון דער דרום קארעא רעגירונג, אז אמעריקע זאל טאן מער זיי צו באשיצן פון צפון קארעא'ס נוקלעארע געפאר. כינע האט געברויזט אויפ'ן פאקט אז אמעריקאנער מיסילס זאלן זיך געפינען אזוי נאענט צו אירע גרעניצן, און אלס נקמה, האט זי אפגעהאקט פארשידענע האנדלס–באציאונגען מיט דרום קארעא, וואס האט שטארק געשעדיגט די דרום קארעא עקאנאמיע, וועלכע איז אנגעוויזן אויף כינעזער ביזנעסער. דער יעצטיגער אפמאך צווישן די צוויי לענדער צו פארהיילן דעם ריס צווישן זיך, קומט ממש געציילטע טעג בעפאר פרעזידענט טראמפ וועט פארן קיין אזיע, וואו צווישן אנדערן וועט ער באזוכן דרום קארעא און כינע.
הוסף רשומת תגובה