מאנהעטן – א פרישע טעראר אטאקע האט נעכטן אויפגעטרייסלט ניו יארק סיטי, ווען 8 זענען אומגעקומען, נאכדעם וואס א טעראריסט האט איבערגעטרעטן מענטשן מיט א קליינעם טראק ביים "וועסט סייד הייוועי" שאסיי. די אטאקע האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען ארום דריי אזייגער נאכמיטאג, ווען דער טעראריסט איז געפארן מיט זיין טראק אויפ'ן הייוועי, און פלוצלינג איז ער אריבערגעפארן די גראז און זיך גענומען ווילד פארן אויף די ספעציעלע בייק ליניע אין דער זייט פונעם שאסיי. אויסער די פאטאליטעטן, זענען ארום 15 פארוואונדעט געווארן.

דער טעראריסט האט דאן אראפגעקלאפט עטליכע פיסגייער און ביציקליסטן, פארנדיג אזוי פאר אפאר מינוט. דערנאך איז ער ארויסגעפארן פונעם בייק ליניע און אריינגעקראכט מיט א ווילדקייט אין א סקול באס וואס האט זיך דארטן געפונען, און ווי נאר דער טראק איז געקומען צו אן אפשטעל, איז דער טעראריסט ארויסגעשפרונגען, פאכענדיג א פאלשן רעוואלווער אין דער האנט און שרייענדיג "אללא אכבאר". פון דאן האט נישט געדויערט מער ווי געציילטע מינוט ביז די פאליציי זענען אנגעקומען, אים געשאסן און פארוואונדעט, און ארעסטירט.

ניו יארק סיטי אויטאריטעטן האבן שפעטער אידענטיפיצירט דעם טעראריסט אלס דער 29 יעריגער סעיפולא סעיפאוו. ער איז א געבוירענער אין אוזבעקיסטאן, וועלכער איז געקומען קיין אמעריקע מיט אפאר יאר צוריק, און ער וואוינט היינט צוטאגס אין ניו דזשערסי. די אייסיס טעראר גרופע האט דערווייל נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, אבער באריכטן צייגן אז מען האט געטראפן געשריבענע נאטיצן פונעם טעראריסט, אין וועלכע ער שרייבט אז ער האט דורכגעפירט די אטאקע אין נאמען פון אייסיס.

נאטיצן ארום טעראר אטאקע אין ניו יארק סיטי

- נישט לאנג נאך די טעראר אטאקע, זענען אראפגעקומען צו די סצענע פון די אטאקע, מעיאר ביל דעבלאזיא און גאווערנאר ענדרו קאומא, וועלכע האבן ביידע אינאיינעם שפעטער אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ, מיט די אנוועזנהייט פון פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל, וואו דעבלאזיא האט דערקלערט אז דער אינצידענט איז געווען א טעראר אטאקע.

- פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט צו די אטאקע, דורכ'ן שרייבן א סעריע מעסעדזשעס אויף טוויטער. דער פרעזידענט האט געשריבן אז "מיר טארן נישט לאזן אייסיס זיך צוריקצוקערן אדער אריינקומען צו אונזער לאנד, נאכ'ן זיי באקעמפן אין מיטל מזרח. גענוג!". דער פרעזידענט האט דערנאך געשריבן א מעסעדזש אז ער שיקט זיינע טיפסטע טרייסט און טרויער וואונטשן פאר די פאמיליעס פון די קרבנות.

- די אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט א מערהייט פון די פאטאליטעטן אלס אויסלענדישע טוריסטן און באזוכער. 5 זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס טוריסטן פון ארגענטינע און איינער אלס א טוריסט פון בעלגיע. אויך צווישן די פארוואונדעטע זענען 3 געווען אויסלענדישע טוריסטן. איינער פון די אומגעקומענע ארגענטינער, איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א באקאנטער אידישער ביזנעסמאן אוריאל ערליך ע"ה.

- א מאראטאן איז געפלאנט אין ניו יארק סיטי אויף קומענדיגע וואך זונטאג, און מען האט געהאט געקלערט אז עס וועט געקענסלט ווערן אלס רעזולטאט פון די טעראר אטאקע. די ארגאניזירער פונעם מאראטאן האבן אבער געזאגט אז דער מאראטאן וועט אנגיין ווי געסקעדזשולט, אבער עס איז פארשטענדליך אז די זיכערהייט מאסנאמען וועלן זיין פיל שטארקער, צוליב א זארג פאר ענליכע קאר אטאקעס.

בילד: 8 טויטפעלער פון קאר טעראר אטאקע אין ניו יארק סיטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל