שפאניע — מיר אלע האבן שוין געהערט אמאל אז עמיצער האט פארלוירן זיין דזשאב צוליב וואס ער האט נישט געטאן דעם דזשאב ווי עס באדארף צו זיין, און ער האט נישט געארבעט אזוי ווי זיין ארבעטס–געבער האט דערווארט – אבער אין בארצעלאנא, שפאניע האט פאסירט עפעס גאר מאדנע, ווען א מענעדזשער פון א געשעפט איז ארויסגעווארפן געווארן, צוליב וואס ער האט געארבעט צו שווער... דאס האט פאסירט ביי איינס פון די פיליאלעס פון "לידעל", אן אייראפעאישע סופערמארקעט נעץ, וואו דער מענעדזשער דזשאן פי האט געארבעט צוועלף יאר, און יעדער איז געווען צופרידן פון אים, סיי די וועלכע האבן געארבעט אונטער אים און סיי די לאנגיעריגע קאסטומערס, אבער איין טאג, מיט עטליכע וואכן צוריק, האט דזשאן באקומען א נאטיץ אז ער איז ארויסגעווארפן געווארן, צוליב וואס ער האט פארלעצט די אפיציעלע פאליסי פונעם געשעפט, וועלכע ערלויבט נישט קיין ארבעטער צו ארבעטן אנדעם וואס מ'זאל באקומען באצאלט. די עקזעקוטיווע פירער פון "לידעל" זאגן, אז ווען זיי האבן איבערגעקוקט סורוועילענס קאמערעס פונעם געשעפט, האבן זיי אויפגעפאסט וויאזוי דזשאן פלעגט אריינקומען גאר פרי יעדן אינדערפרי און טאן מער ארבעט ווי עס האט זיך פארלאנגט, נאך איידער ער האט אפילו "אריינגעסיינט", און דאס זעלביגע יעדן אויפדערנאכט. דזשאן קלאגט אצינד זיינע געוועזענע ארבעטסגעבער אינעם "ארבעטער געריכט" אין בארצעלאנא, און דער קעיס גייט אן.

בילד: "געפייערט" צוליב ארבעטן "צו שווער"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל