עס איז אנגענומען אלס היסטארישע פאקט אז דער ארכי מערדער היטלער ימ״ש האט זיך אליין אומגעברענגט אין זיין בונקער נאכדעם וואס ער איז געווארן ארומגערינגלט מיט די אמעריקאנער און רוסישע ארמייען. אבער די לעצטע שטויס פון דאקומענטן וואס איז געווארן אויפגעדעקט ארום די קענעדי מארד דעקן אויף אז געוויסע אין די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע האבן געגלייבט אז דער רשע האט איינגטליך איבערגעלעבט און איז אנטלאפן קיין קאלאמביע ווי ער האט אויסגעלעבט זיינע יארן.
די אינפארמאציע איז באזירט אויף א סי-איי-עי אינפארמאנט אין קאראקאס ווענעזועלע וועלכער האט געשיקט צו זיינע אויבערהארן א בילד פון א מענטש וואס זיינע געזיכט שטריכן זענען ענדליך צו היטלער, און ער האט איבערגעגעבן אינפארמאציע פון א געוויסער פיליפ סיטרואן וועלכער זאגט אז ער האט גערעדט מיט יענעם און יענער האט זיך פאר אים מודה געווען אז ער איז היטלער, און ער האט זיך אויפגעהאלטן אין א קליין שטעטל אין קאלאמביע מיט׳ן נאמען באגאטע.
דאס איז ווארשיינליך בלויז נאר א פאנטאזיע, דאס טוט אבער געבן שטאף פאר קאנספיראציע ליבהאבער וועלכע זאגן אז היטלער האט באוויזן צו אנטלויפן פונעם בונקער אין די לעצטע מינוט, און צייגן אן אז עס איז נישט געווען קיין באווייזן אז ער איז אומגעקומען אינעם בונקער וועלכע איז גענצליך פארברענט געווארן פאר די רוסן זענען אריינגעקומען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה