דער טעראריסט סייפולאו סייפּאוו איז געקומען קיין אמעריקע אין 2010 א דאנק א פראגראם וואס רופט זיך ״דיווערסיטי וויזע לאטערי פראגראם״ א פראגראם וואס איז פארגעשלאגן געווארן אין סענאט צוריק אין 1990 דורך דעם ניו יארקער סענאטאר טשאק שומער אונטער וועלכע מענטשן פון פארשידענע לענדער איבער די וועלט קענען אריינגיין אין א ספעציעל לאטערי צו באקומען א גרין קארטל צו אריינקומען קיין אמעריקע.

די געזעץ איז באשטעטיגט געווארן מיט ברייטע און אומפארטייאישע שטיצע פון 90 סענאטארן, און איז עטליכע מאל באנייעט געווארן דורך ביידע פארטייען, און איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט דשארדש בוש דער ערשטער.

טשאק שומער אליין האט אדוואקאטירט צו שטרענגער מאכן די רעגולאציעס צוריק אין 2013 און האט פארגעשלאגן צו שטרענגען מאכן די פראצעדורן און די קרייטעריעס און גענצליך ענדיגן דעם פראגראם. אבער די רעפובליקאנער האבן עס צושטערט.

דאס האט נישט אפגעהאלטן פרעזידענט טראמפ עטליכע שטונדן נאך די אטאקע צו דירעקט אטאקירן און באשולדיגן סענאטאר טשאק שומער איבער די אטאקע, שרייבנדיג אויף טוויטער ״דער טעראריסט איז אריינגעקומען קיין אמעריקע א דאנק די פראגראם פון טשאק שומער, א שיינקייט פון טשאק שומער״ אויף וועלכע שומער האט בלויז רעאגירט ״ווי עס שיינט איז קיינמאל נישט צו פריה צו שפילן פאליטיק איבער א טראגעדיע״

פילע פאליטיקאנטן האבן אויסגעדריקט זייער שאק אז דער פרעזידענט האט נישט קיין פראבלעם צו אטאקירן א ניו יארקער סענעטאר מאמענטן נאכדעם וואס זיין שטאט איז אריבער א טראומע, דער פרא-טראמפ קאנגרעסמאן סטיוו קינג האט אויך פארטיידיגט שומער זאגנדיג אז ווען עס קומט צו טעראריזם איז ער אייביג געשטאנען שטרענג, טיילמאל נאך שטרענגער ווי די רעפובליקאנער.

בילד: ניו יארקער אטאקע וועקט אויף פאליטישע דעבאטע איבער אימיגראציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל