דער געוועזענער טראמפ קאמפיין ראטגעבער דשארדש פאפדופולוס וועלכער האט איינגעוויליגט צו קאאפערירן מיט די אויספארשונג ארום די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן זאגט אז ער האט אויפגעברענגט ביי א זיצונג אינאיינעם מיט פרעזידענט טראמפ די מעגליכקייט אז דער דעמאלטסדיגער קאנדידאט זאל זיך טרעפן מיט פרעזידענט פוטין פון רוסלאנד, צו צייגן אז ער פארשטייט אויסערן פאליטיק, און טראמפ האט אויסגעזען צו זיין אפן צו דעם געדאנק, נאר עס איז אפגעווארפן געווארן דורך זיין הויפט ראטגעבער אויף אויסערן פאליסי דשעף סעשאנס, דער יעצטיגער אטוירני דשענעראל.

דאס איז אויסער דעם וואס א אימעיל וועלכע פאפאדופולוס האט געשיקט צו א רוסישע פריינט דורכאויס דעם קאמפיין טוט ער אנגעבן אז די הויפט קאמפיין באאמטע האבן איינגעשטימט אויף א זיצונג מיט פארשטייער פון די קרעמעלין, אבער עס איז נישטא קיין באווייזן אז אזא זיצונג איז פאקטיש פארגעקומען. דאס ווייסע הויז האט זיך אנטזאגט צו רעאגירן אויף די אנטוויקלונגען און שטייט ביי זייער סטעיטמענט אז פאפאדופולוס האט געהאט א מינדערוויכטיגע ראלע אינעם קאמפיין און אז זיין געשיכטע איז האלב פאבריצירט.

בילד: פאפאדופולוס זאגט אז טראמפ האט זיך נישט קעגנגעשטעלט זיצונג מיט די רוסן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל