ניידזשעל פאראדזש, דער כאריזמאטישער פירער פון די בריטישע ״יוקיפ״ פארטיי קומט אונטער קריטיק נאכ׳ן מאכן באמערקונגען וואס ווערן באצייכנט אלס אנטי-סעמיטיש, פאראדש איז געווען אויף א ראדיא שאו און ווען א רופער האט אריינגערופן צו דיסקוטירן די לעצטע שטורעם ארום די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן, און יענער האט געזאגט אז מדינת ישראל האט מער איינפלוס ווי רוסלאנד דורך די ״אידישע לאבי״ און דערביי זיך באצויגן צו עיפא״ק.

ניידשעל פאראזש האט איינגעשטימט מיט׳ן רופער און דערביי געזאגט ״אידן זענען בלויז 6 מיליאן מענטשן, א קליינע פראצענט אין אמעריקע, אבער זיי האבן אסאך געלט און איינפלוס, יא, די אידישע לאבי איז זייער מאכטפול״ א באמערקונג וועלכע קלונג היבש אנטיסעמיטיש.

פאראדש האט זיך באקאנט געמאכט אין אמעריקע מיט זיין שטארקע שטיצע פאר טראמפ, ער איז געווארן א נאנטער ראטגעבער פאר טראמפ און איז ערשינען ביי ראלי׳ס אינאיינעם מיט אים. זיין נאמען איז אויך ארויפגעקומען אין די לעצטע טעג אז ער ווערט געזוכט דורך דעם ספעציעלן אויספארשער צו אראפקומען פאר א פארהער און ער איז מעגליך געשטאנען אין פארבינדונג מיט׳ן קרעמעלין אין לויף פון דעם קאמפיין.

בילד: בריטישער פאליטיקאנט: אידן האבן אומפראפארציאנעלע איינפלוס אין אמעריקאנער פאליטיק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל