א פאניק און שרעק איז אנטשטאנען היינט אין סאטמארער בית המדרש אויף קעיזנאוו ראוד אין ענגלאנד ווען א גרופע באוואפנטע כוליגאנעס זענען אריינגעלאפן אין בית המדרש מיט מעסערס אין די האנט, און די מתפללים וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן מנחה מעריב זענען זיך צולאפן אין א פאניק און שרעק מיינענדיג אז עס האנדלט זיך פון א טעראר אטאקע. עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז זיי זענען א גרופע פון לאקאלע יונגען וועלכע האבן זיך צושלאגן אין א אינערליכע געפעכט און זענען זיך נאכגעלאפן איינע די אנדערע און זיי האבן פרובירט זיך צו אויסבאהאלטן אינעם בית המדרש, די שומרים פון לאנדאן האבן זיי באלד פארהאלטן ביז זיי זענען ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי און מען איז אפגעקומען בלויז מיט שרעק.

בילד: שרעק אין סאטמאר בית המדרש אין לאנדאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל