בילד: 8 טויטע און 15 פארוואונדעטע אין ארגסטע טעראר אטאקע זינט סעפטעמבער 11

נעכטן האבן ניו יארקער איינוואוינער ווידער דורכגעלעבט די טראומע פון טעראר, דאס ארגסטע וואס די שטאט האט געזען זינט די סעפטעמבער 11 אטאקעס, ווען א טרעאריסט האט גענוצט זיין טראק צו אומברענגען פוסגייער אין וועסט סייד פון מאנהעטן.

די אטאקע האט זיך אנגעהויבן 3:05 נאכמיטאג אויף די וועסט מאנהעטן ווען דער טעראריסט איז געפארן מיט א שנעלקייט אין א געדינגענע האום דיפאו פיקאפ טרעקל, און איז אריינגעפארן אין די וועסט סייד שאסיי פון יוסטען סטריט און אריינגעפארן אין די ביציקל ליניע און ארפאגעקלאפט עטליכע ביציקל פארער.

דער טעראריסט איז דאן אנגעקומען צו טשעמבערס סטריט ווי ער איז אריינגעשמיסן מיט א ווילדקייט אין א סקול באס און דערביי געשעדיגט צוויי ערוואקסענע און צוויי קינדער, און דערביי איז ער ארויסגעקומען פון זיין טראק מיט צוויי ביקסן און זיינע הענט און געשאסן דערמיט, און דערביי געשריגן ״אללא-האו-אקבאר״ די ביקסן האבן זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פאלשע ביקסן.

דער טעראריסט איז דערשאסן און פארוואונדעט געווארן דורך פאליציי, ער געפונט זיך יעצט אין א סטאבילע צושטאנד און ווערט אויסגעפארשט דורך די פאליציי. ווען די אינצידענט איז געווען פאריבער האט זיך אויסעשטעלט די שרעקליכע בילד, 8 אומשולדיגע מענשטן זענען אומגעקומען און נאך 11 זענען פארוואונדעט געווארן אין די שוידערליכע אטאקע

דער טעראריסט

בילד: דער טעראריסט

פאליציי האט ביז א קורצע צייט באשטעטיגט אז עס האנדלט זיך פון א טעראר אטאקע און האבן אידענטיפיצירט דעם טעראריסט אלס סייפולאו סייפּאוו, א 29 יעריגע אימיגראנט וועלכער איז געקומען קיין אמעריקע אין 2010 פון אוזבעקיסטאן. ווי עס שיינט האט ער געארבעט אויף די אייגענע הענט און איז נישט געווען פארבינדען צו קיין טעראר ארגאניזאציע, אבער פאליציי האט געטראפן אייסיס פראפאגאנדע מאטריאל אין זיין געדינגענע טרעקל.

ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אונטער די גרין קארד לאטערי פראגראם, און האט זיך צוערשט באזעצט אין פלארידע, און שפעטער געקומען וואוינען אין ניו דשערזי ווי ער האט געארבעט אלס אובער דרייווער. אובער זאגט אז זיי האבן אונטערזוכט זיין אונטערגרונד ווען ער האט זיך איינגעגעבן צו ארבייטן און ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן ארענטליכער מאן.

דער טעראריסט איז מיט א יאר צוריק ארעסטירט געווארן אין מיזורי אויף א טראפיק פארלעצונג. זיינע פריינט און שכנים אין אוזבעקיסטאן באצייכענען אים אלס פריינטליכער און גוטער מענשט, און גאווערנער ענדרו קאומא זאגט אז די אויספארשונג צייגט אז ער איז ראדיקאליזירט געווארן דא אין אמעריקע.

דער פרעזידענט פון אוזבעקיסטאן האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע ער דרוקט אויס זיין שוידער איבער די אינצידענט און טראגט אן פולע קאאפעראציע צווישן די אויטאריטעטן אין אוזבעקיסאטן און אין ניו יארק.

די באטראפענע

צווישן די 8 אומגעקומענע זענען 5 געווען א גרופע פריינט פון ארגענטינע וועלכע זענען געקומען אינאיינעם אויף אן אויספלוג קיין ניו יארק צו אפצייכענען דעם 30סטען יארטאג פון זייער גראדואציע אין שולע, א זעקסטער פריינט איז אויך שווער פארוואנדעט געווארן. די 5 זענען געווען אלע געווען 48 אדער 49 יאר אלט.

איינער פון די אומגעקומענע ארגענטינער טוריסטן איז א אידישער ביזנעסמאן אוריאל ארליך, לויט די באריכטן איז ער געווען דער וועלכער האט פינאנצירט די רייזע פאר זיינע פריינט און איז געווען א באקאנטער פילאנטראפ אין זיין היימשטאט.

די אטאקע איז פארוואנדלט געווארן אלס נאציאנאלע טראגעדיע אין ארגענטינע וואס האט געצאלט די טייערסטע פרייז אינעם ביטערן אטאקע. אזוי אויך איז אומגעקומען א 31 יעריגע מוטער, א בעלגישער בירגערין. נאך צוויי פריינט אויך בעלגישע בירגער זענען שווער פארוואונדעט געווארן.

די פאליצייאישע רעאקציע

דער מעיאר און דער פאליציי קאמיסאר פאול אניאל האבן שטארק אויסגעלויבט דעם פאליציי אפיציר רייען נאש, א 28 יעריגער אפיציר וואס שטאלצירט שוין מיט א רעקארד פון איבער 30 ארעסטן, ער איז אנגעקומען צו די סצענע נאך פאר די אטאקע נאכ׳ן באקומען א רוף איבער א אינצידענט אין א דערנעבנדיגע שולע געביידע.

באלד נאכדעם וואס דער טעראריסט האט אריינגעשמיסן אינעם שולע באס און ארויסגעלאפן מיט צוויי ביקסן אין די הענט האט דער פאליציי אפיציר אים העעראיש קאנפראנטירט טראץ די לעבנס געפאר, און געפאדערט פון אים צו זאפארט אראפווארפן די ביקסן, ווען ער האט זיך אנטזאגט דאס צו טון האט אים דער אגענט דערשאסן אין בויך, פון וואס ער איז שווער פארוואונדעט געווארן און דאס האט אפגעשטעלט דעם בלוט באד.

דער אפיציר איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך די אטאקע צוליב דעם וואס די שיסעריי האט געשעדיגט זיינע אויערן, און ער איז שטארק אויסגעלויבט געווארן דורך די אויטאריטעטן אויף זיין העלדישע רעאקציע און פראפעסיאנעלע ארבייט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל