קראון הייטס. שטאטישע באאמטע האלטן ביים אפווארפן די קוים-פארטיגע האוזינג פלאן ביים "ארמארי" פעסטונג אין קראון הייטס, ברוקלין, און די סיבה פארוואס קען דראסטיש טוישן די גאנצע האוזינג מארקעט אין ניו יארק.

נאך גאר שווערע פארהאנדלונגען צווישן לאקאלע פאליטישאנס איז געלונגען בלויז אפאר חדשים צוריק צו פארטיגן פלענער אויף קנאפע 400 רעזידענשאל יוניטס ביים "בעדפארד יוניאן ארמארי," ארום 330 רענטלס און קנאפע 60 קאנדאס. אויפ'ן דרוק פון לאקאלע געמיינדע פירער איז 20% קאנדאס און 50% רענטלס געווארן דעזיגנירט פאר "עפארדעבל" פרייזן.

אבער שטייענדיג בעפאר אפיציעלע באשטעטיגונג אין סיטי קאונסיל, איז די אפאזיציע צום פלאן צוריק געקומען מיט'ן פולסטן שוואונג, אנגעפירט דורך קאונסילפרוי ל. קאמבאו. די קעגנערשאפט קומט פון דעם וואס מען בויט בכלל סיי וועלכע "מארקעט ראטע" אפארטמענטס אויף שטאטישע פראפערטי.

"דאס איז עפעס וואס מיר טוען זייער ערנסט אפשאצן," זאגט אי. די. סי. פרעזידענט דזשעימס פאטשעט, א סיגנאל מיט גאנץ קלארע ווערטער אז ניו יארק מעיאר דיבלאזיא האלט אויך פון איינפירן בלויז 100 פראצענט עפארדעבל" ביי דעוועלאפמענטס " אויף שטאטישע שטחים - נישט נאר דא ביים קראון הייטס ארמארי, נאר איבער גאנץ ניו יארק סיטי.

"דער מעיאר טוט ערנסט באטראכטן די פאליסי אויף א סיטי-ווייד באזיס," זאגט פאטשעט, צי "עס איז פאסיג אונטער סיי וועלכע אומשטענדן אהערצושטעלן קאנדאס אויף סיטי-אייגענטום באדן."

געוואגטע שטעלונג פונעם מעיאר

די שטעלונג פון סיטי האל קען האבן א ווייטגרייכנדע אפקלאנג אויף האוזינג פלענער איבער די גאנצע שטאט, דירעקט אויף דעוועלאפמענטס וואס זענען באזירט אויף שטחים וואס געהערן פאר די סיטי, און אומדירעקט אלס קאנסקווענץ אויפ'ן גאנצן מארקעט אין שטאט, ווייל אז איין צענטראלע סעקטאר פון די האוזינג מארקעט ווערט געטוישט האט עס א באלדיגע אפעקט אויף די אנדערע סעקטארן, פריער אדער שפעטער.

אבער עס איז נישט קיין שפאגל-נייע זאך פונעם מאיער וואס מען האט זיך בכלל נישט גערישט דערויף. ביי אנאליסטן וואס אבזערווירן מעיאר דיבלאזיא'ס צוגאנג צו האוזינג פאליסי, איז שוין א לענגערע צייט וואס מען הערט פון אים מער און מער סיגנאלן צו גיין אין ריכטונג פון א מעגליכע פארבאט אויף סיי וועלכע "מארקעט פרייזן" אפארטמענטס אויף שטחים וואס געהערן פאר די רעגירונג.

ערשט פאריגע וואך, אין באציאונג צו די שפאנענדע סיטי קאונסיל וואלן אין בארא פארק, האט "דער בית" באריכטעט אז גרויסע ריעל עסטעיט עקספערטן האבן געהאט געפלאנט צו לויפן קעגן מעיאר דיבלאזיא אבער האבן שפעטער צוריק געצויגן זעהנדיג זיין שטארקע פאליטישע שטיצע דורכאויס די סיטי. ער האט טאקע געווינען זייער א גרינגע ווידערוויילונג פאריגע וואך, אזוי נישט-דראמאטיש אז ס'זעהט שוין אויס ווי א גאר אלטע מעשה - אבער יעצט קען ער ארויסקומען מיט נייע קרעפטיגע סטראטעגיעס קעגן די הויכע "מארקעט" פרייזן פון רענטל און קאנדא דעוועלאפמענטס.

ארויסקומענדיג פון א זיגרייכע וואל קאמפיין, קומט דער מעיאר ארויס זייער קלאר מיט שטוינענדע שטרענגע ווערטער. עס איז נאך דערווייל אין די ראמען פון "מעגליך" און "אפשאצן" און "באטראכטן," אבער די סיגנאלן זענען זייער קלאר.

ער האט שוין געווארנט פריער

מעיאר דיבלאזיא איז א לענדלארד פון צוויי הייזער אין ברוקלין, אבער ער האט א גאר לינק-ליבעראלע און אפילו אין זיינע אייגענע ווערטער א "סאציאליסטישע" צוגאנג צו האוזינג און ריעל עסטעיט. אין א לעצטיגע אינטערוויו האט ער געזאגט זייער קלאר אז ער וויל איינפירן גאר שטרענגע רעגולאציעס אויף זאונינג און האוזינג דעוועלאפמענטס, ממש אויף יעדע אינטש און אויף יעדע איינצלהייט. ווי "דער בית" האט ציטירט דער מעיאר אינעם אינטערוויו:
"די שווערסטע זאך איז דער וועג וויאזוי אונזער לעגאלע סיסטעם איז אויסגעשטעלט לטובת פריוואטע פראפערטי. איך קלער אז אלע ערליי מענטשן אין די סיטי וואלטן געגליכן צו האבן די סיטי רעגירונג מיט די מעגליכקייט צו באשטימען וועלכע בילדינג גייט וואו, ווי הויך ס'וועט זיין, ווער קען וואוינען דארט, וואס די רענט וועט זיין.... איך קלער אז ס'איז א סאציאליסטישע אימפולס וואס איך הער יעדן טאג... ליידער, ווערט דאס אפגעהאלטן דורך די הונדערטער יאר היסטאריע וואס האט אויפגעהויבן פראפערטי רעכטן און פארמעגנס אזוי ווייט אז דאס איז די רעאליטעט ביי אסאך דעוועלאפמענט...
קוק אהער, אויב אויך וואלט געהאט מיין אויסוואל, וואלט די סיטי רעגירונג אפיציעל באשטימט יעדע שטיקל לאנד, וויאזוי עס זאל ווערן אנטוויקלט, און עס וואלטן געווען גאר שטרענגע פארלאנגען ארום פארדינסטן און רענט (ד"ה, שטארקע קאנטראל וויפיל רענט מ'קען בעטן לויט די פארדינסטן פון טענענטס)... דאס איז וועלט וואס איך וואלט געגליכן צו זעהן..."

די וואלן זענען אריבער, און דער מעיאר האלט ווארט. אפילו נאכדעם וואס די ארמארי דעוועלאפמענט פלאן איז שוין געווארן באוויליגט דורך די לאקאלע באאמטע, איז עס יעצט פריש פארהאנקערט אין סיטי האל, און דער מעיאר שטעלט זיך ארויס - ווי אנגעדייטעט דורך זיין אי. די. סי. פרעזידענט - צום אפאזיציע פון האבן סיי וועלכע געהעריגע-פרייז אפארטמענטס אויף די שטחים פון די ארמארי געביידע.

די אנטי-מארקעט סיגנאלן קומען טראצדעם וואס די איינקונפט פון ערלויבן די געפלאנטע דעוועלאפמענט וואלט געברענגט בענעפיטן אויפ'ן פלאץ - דורך די הויכע צאל עפארדעבל יוניטס, און די ארמארי זאל זעלבסט אראנדזשירט אלס נאן-פראפיט שפיל צענטער פאר די ארטיגע איינוואוינער, וואס דאס האט ארגינעל געברענגט די צושטימונג דערצו דורך די לאקאלע פארשטייער. צום ענדע, אבער, איז דער מעיאר קענטליך אנטשלאסן צו פארבאטן "מארקעט" יוניטס דא און ביי סיי וועלכע סיטי-שטח האוזינג.

בילד: סיטי שטח? עפארדעבל"!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל