די ביליגסטע סטעיט אין אמעריקע ווען עס קומט צו "דאון פעימענטס" ביים קויפן א הויז, איז מיזורי.

גאנץ ביליג אבער נישט אינגאנצן די בעסטע זענען, אינדיאנא, סאוט דעקאוטע, אייאווע, נארט קאראליינע, קענטאקי, נעבראסקא, אהייא, מיסיסיפי, און וועסט ווירדזשיניע. אבער גארנישט קומט נאנט צו מיזורי, וואו די דורכשניטליכע "דאון פעימענט" באטרעפט ווייניגער ווי דריי טויזנט דאלאר. אין ברוקלין דארף מען האבן אזא סכום בלויז צו פרעגן די טעלעפאן נומער וואו צו רופן...

אבער דאס מיינט נישט, זאגן אנאליסטן, אז די סטעיטס זענען שוין מאגנאטן צו אינוועסטירן גרויסע געלטער אין נייע דעוועלאפמענטס אדער קאמערשאל ריעל עסטעיט. אין קענסעס סיטי, אין מיזורי, שטייט א לאקאלע שאפינג צענטער פון קנאפע דרייסיג טויזנט סק. פוס צו פארקויפן אויף "אוקשען," און "בידס" הייבן זיך אן ביי צוויי מיליאן דאלאר. די ליציטאציע איז באשטימט פאר צוויי וואכן ארום.

בילד: ביליגסטע סטעיט פאר "דאון פעימענט": מיזורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל