לאנדאן – אן ערנסטער שטורעם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס "בריטיש עירוועיס" האט מיט עטליכע טעג צוריק געמאלדן אז זי גייט אנהייבן א נייעם סיסטעם וויאזוי ארויפצולאזן פאסאזשירן אויף אירע פליגערס. דער סיסטעם וועט ארבעטן אז מען וועט ארויפגעלאזט ווערן לויט וויפיל געלט מען האט געצאלט פאר׳ן טיקעט, וואס באדייט אז די וואס האבן געצאלט די טייערסטע, וועלן ארויפגעלאזט ווערן די ערשטע, און די ביליגסטע טיקעטס, וועלן ארויפגעלאזט ווערן די לעצטע. ווי די לופטליניע האט געזאגט, וועט עס ארבעטן מיט א סיסטעם פון 5 ציפערן, פון 1 ביז 5, מיט 1 וואס באדייט די טייערסטע באצאלט, און 5 — די ביליגסטע באצאלט, וואס יעדער טיקעט וועט האבן איינס פון די נומערן פון 1 ביז 5, אזוי אז די איינגעשטעלטע זאלן וויסן ווער עס קען ארויפגיין פריער און ווער שפעטער.

די מעלדונג פון דער לופטליניע האט אנגעדרייט א שטורעם, ווייל פילע האבן געזאגט אז בריטיש עירוועיס נעמט זיך סתם אזוי אן פאר די רייכע. אבער אין רעאליטעט ארבעט שוין דער ביז יעצטיגער סיסטעם ביי אלע לופטליניעס, אז מען ווערט ארויפגעלאזט לויט'ן "קלאס", וואס באדייט אז טייערערע טיקעט-באזעצער, ווערן פריער ארויפגעלאזט. בריטיש עירוועיס זאגט אז זי פארשטייט נישט דעם שטורעם, ווייל די איינציגסטע זאך וואס זי וויל טוישן, איז אז עס זאלן זיין 5 קאטעגאריעס פון טייער און ביליג.

בילד: אומזיסטיגער שטורעם ארום "בריטיש עירוועיס"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל