וואשינגטאן – א קאמיטע אינעם אמעריקאנער קאנגרעס, האט באשטעטיגט א ביל וועלכע צילט צו פארשטארקערן שטראפן פאר עמיצן וואס סטראשעט סיי וועלכע רעליגיעז-פארבינדעטע געביידע אדער ארגאניזאציע. דער ביל איז אריגינעל פארגעשלאגן אלס רעזולטאט פון די אומצאליגע סטראשונקעס וואס זענען אין לויף פון פאראיאר אריינגעקומען קעגן אידישע צענטערן און אידישע געביידעס לענגאויס אמעריקע, קאנאדע און אנדערע לענדער. דער ביל זאגט אז נישט נאר וואס עס איז א האס פארברעכן צו מאכן א באמבע סטראשע קעגן א רעליגיעזע געביידע, איז אויך די זעלבע האס פארברעכן אויב די סטראשע איז אויף א געביידע וואס איז פארבינדן מיט א רעליגיע, אפילו א אידישע קאמיוניטי צענטער אדער א אידישע ביזנעס. דער ביל איז יעצט באשטעטיגט געווארן דורכן קאנגרעס יורידישע קאמיטע, און רוקט זיך פאראויס צו א פולקאמע באשטעטיגונג אין קאנגרעס.

בילד: קאנגרעס רוקט פאראויס פרא-אידן געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל