וואשינגטאן – נעכטן האט א באריכט געצייגט אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פעדעראלער פראקוראר וועלכער פירט אן מיט'ן טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, פארמאגט שוין גענוג געזאמלטע באווייזן און דאקומענטן, אויף צו קענען ארויסשטעלן קרימינאלע קלאגעס קעגן מייקל פלין, דער געוועזענער גענעראל וועלכער האט געדינט אלס א ראטגעבער פאר'ן טראמפ קאמפיין און דערנאך האט ער געדינט 24 טעג אלס טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער אין ווייסן הויז, בעפאר ער איז ארויסגעווארפן געווארן צוליב'ן זאגן ליגנט פאר'ן וויצע פרעזידענט מייק פענס איבער זיינע קאמיוניקאציעס מיט רוסישע פיגורן. לויט'ן באריכט, זענען די צוגעגרייטע קלאגעס קעגן פלין, גארנישט אין פארבינדונג מיט'ן טראמפ קאמפיין, נאר זענען ענליך צו די קלאגעס קעגן פאול מענעפארט, דאס הייסט אז די קלאגעס זענען איבער פלין'ס ארבעט אלס לאביאיסט און ראטגעבער פאר אויסלענדישע רעגירונגען. קוועלער נאנט צו מוללער זאגן אבער, אז מוללער וויל נאכנישט ארויסשטעלן די קלאגעס, ווייל ער וויל ענדערש אז פלין זאל זיך דערשרעקן און אנהייבן קאאפערירן.
הוסף רשומת תגובה