וואשינגטאן – די צוויי געוועזענע פרעזידענטן בוש, דער טאטע דזשארדזש עיטש וואלקער בוש און דער זוהן דזשארדזש דאבעליו בוש, האבן גאר שארף אראפגעריסן דאנעלד טראמפ אין לויף פון די 16' פרעזידענט קאמפיין, לויט ווי א נייע בוך דעקט אויף. דער בוך, טיטולירט "די לעצטע רעפובליקאנער", שילדערט די אינטערעסאנטע היסטאריע פון די צוויי בוש'ס, און עס דערציילט וויאזוי זיי האבן רעאגירט נאכדעם וואס טראמפ האט געווינען די רעפובליקאנער פרעזידענט נאמינאציע, ווען ביידע, פאטער און זוהן, האבן באצייכנט טראמפ מיט גאר מיאוס'ע אויסדרוקן און דער יונגערער בוש האט זיך אויסגעדרוקט "איך האב מורא אז איך וועל האבן געווען דער לעצטער רעפובליקאנער פרעזידענט". דער בוך דעקט אויך אויף אז ביידע בוש'ס האבן נישט געשטימט פאר טראמפ, נאר דער יונגערער בוש האט געלאזט ליידיג זיין שטים צעטל, און דער עלטערער בוש האט געשטימט פאר פרוי קלינטאן. פרעזידענט טראמפ האט אויף עירפארס-וואן, אויפן וועג קיין יאפאן, געזאגט אז ער וויל נישט יעצט קאמענטירן, ווייל ער וויל סוקסעס פאר זיין אזיע רייזע, אבער ער האט געזאגט אז ער וועט קאמענטירן ווען ער קומט צוריק פון די רייזע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל