סאטערלענד ספרינגס – א שרעקעדיגע מאסן שיסעריי האט נעכטן פאסירט אין טעקסאס, וואס האט איבערגעלאזט 26 פאטאליטעטן. די שיסעריי האט פאסירט ביי א קירכע אין סאטערלענד ספרינגס, טעקסאס, וואו דער פארשוין דעווין פעטריק קעלי איז אריינגעקומען און געעפנט פייער אויף די פארזאמלטע, אומברענגענדיג 26 און פארוואונדענדיג פילע אנדערע. דער פארשוין איז דאן ארויסגעלאפן, און אינדרויסן איז ער געשאסן געווארן דורך א באוואפנטן ציווילן וועלכער האט געהערט די שיסערייען. דערנאך האט זיך דער פארשוין אריינגעזעצט אין זיין קאר און אנגעהויבן אוועקפארן, ביז א קורצע צייט שפעטער איז ער געפונען געווארן נישט-לעבעדיג אין זיין קאר. טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט האט געגעבן א גאר עמאציאנעלן פרעסע קאנפערענץ נעכטן, אויסרעכענענדיג אז די אומגעקומענע זענען צווישן 5 יאר אלט און זיבעציג יאר אלט, און גאווערנאר עבאט האט ארויסגעברענגט אז די שיסעריי איז די טויטליכסטע מאסן שיסעריי אין היסטאריע פון טעקסאס.

בילד: שרעקליכע מאסן שיסעריי אין טעקסאס קירכע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל