אקלעהאמע – יעדער וואס דרייווט, ווייסט אז אויף גרויסע שאסייען מיט עטליכע ליניעס אויף יעדע דירעקציע, איז פארהאן די באקאנטע "לינקע ליניע" וועלכע איז געצילט בעיקר פאר דרייווערס וועלכע ווילן אריבערקרויזן שטאטערע דרייווערס אין די אנדערע ליניעס, אדער ווילן בכלל פארן שנעלער ווי דער גאנצער טראפיק פלוס אויפן שאסיי. למעשה זענען פארהאן שטאטערע דרייווערס וועלכע שטעלן זיך אריין אין די לינקע ליניעס און פארן שטאטליך, וואס דערמיט פארשטאטערן זיי דעם טראפיק, נישט נאר אין די לינקע ליניע, נאר אויפן גאנצן שאסיי, און צומאל קען דאס זיין א לעבנס-געפאר, אין פאל אן עמורדזשענסי אויטא פרובירט זיך דורכצושלייכן דעם שווערן טראפיק דורך די לינקע ליניע. עטליכע סטעיטס האבן אין די לעצטערע טעג געמאלדן אז זיי וועלן אונטערנעמען א נייעם קאמפיין קעגן די וועלכע שטעלן זיך אריין אין די לינקע ליניעס קלאצן, אריינגערעכנט א געזעץ וואס די אקלעהאמע סטעיט לעגיסלאטור האט באשטעטיגט, אז אויב א פאליציי אפיציר כאפט עמיצן פארן שטאטליך אין די לינקע ליניע, וועט מען קענען קריגן א טיקעט פון 200 דאלער.

בילד: סטעיטס פארשטארקערן "לינקע ליניע" געזעצן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל