נעוואדא – לאס וועגאס אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן צוזאמגעשטעלט ווארשיינליך פארוואס דער פארשוין סטיווען פעדאק האט דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי מיט אפאר וואכן צוריק, פון וועלכע 58 זענען אומגעקומען. לאס וועגאס פאליציי הויפט דזשאו לאמבארדאו האט געגעבן א פרישע אינטערוויו, אין וועלכע ער זאגט אז פון אויספארשונגען אויף די קאסינא פלעצער וואו פעדאק האט זיך געדרייט אין די לעצטע פאר יאר, שטעלט זיך ארויס אז אין די לעצטע צוויי יאר האט ער פארלוירן גאר אסאך געלט. לאמבארדאו זאגט אז די אויספארשער האבן געזאמלט רעסיטס און אנדערע דאקומענטן וואס צייגט אז לאמבארדאו האט גאר אסאך געלט און צייט געשפענדעט, וועלנדיג פרובירן צוריק צו פארדינען זיינע געלטער, און דער פאקט אז ער האט נישט געקענט צוריק פארדינען זיינע פארלוירענע קאסינא געלטער, האט אים געמאכט אריינפאלן אין א טיפע דעפרעסיע, און אים געברענגט דורכצופירן די שיסעריי.

בילד: מאטיוו איבער לאס וועגאס שיסעריי ערקלערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל