ניו יארק סיטי – דער געוועזענער ניו יארק סיטי פאליציי קאמישאנער רעי קעלי, האט ארויסגעשטעלט א שרעקעדיגע ווארענונג, זאגנדיג אז מען דארף זיך צוגעוואוינען אין אמעריקע אז עס גייען פארקומען פילע אזעלכע סארט קאר טעראר אטאקעס ווי דאס וואס ס'האט פאסירט פאריגע וואך ביים וועסט סייד הייוועי – פון וועלכע אכט זענען אומגעקומען. קעלי זאגט אז "דאס איז די רעאליטעט אין וועלכע מיר לעבן יעצט", און אז עס גייט ווערן א טייל פונעם רוטינעם לעבן אין אמעריקע, וויבאלד עס איז נישטא קיין שום וועג וויאזוי מען קען פארמיידן אזעלכע אטאקעס, און ספעציפיש דארף מען זיין גרייט אז אין ניו יארק סיטי און אין אנדערע גרויסע שטעט, וועלן אזעלכע אטאקעס פאסירן נאכמער אפט. קעלי זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס מען קען מעגליך טאן, איז איינצוצוימען דאס וואס פרא-אייסיס פראפעגאנדע איז אזוי שטארק פארשפרייט דורכ'ן אינטערנעט און יעדער קען צוקומען דערצו, וואס אזוי קען יעדער פרידליכער מוסולמענער זייער גרינג ווערן ראדיקאליזירט, אנדעם וואס מען זאל עס אויפכאפן פון פאראויס.

בילד: געוועזענער קאמישאנער קעלי ווארנט איבער טעראר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל