קאליפארניע – אין איינס פון די גרעסטע קאר ריקאלס אין היסטאריע, האט "בי עם דאבעליו" פאררופן א ריקאל אויף א מיליאן קארס לענגאויס אמעריקע און קאנאדע. דער ריקאל איז צוליב וואס עס קען זיך מאכן אז א "היטער" אין די אינעווייניגסטע רערן פונעם קאר, ווערט צו שטארק איבערגעהיצט און נעמט זיך ברענען. אן אויספארשונג פון די נאציאנאלע הייוועי טראנספארטאציע סעיפטי אגענטור האט געצייגט אז עס זענען שוין געווען מער ווי פערציג פייערס צוליב דעם פראבלעם, אריינגערעכנט אין יאר 08' אין שיקאגא, ווען א הויז איז אויפגעגאנגען אין פלאמען ווען א געפארקטע בי עם דאבעליו קאר דערנעבן האט זיך גענומען ברענען. דער ריקאל נעמט אריין פארשידענע מאדעלס פון בי עם דאבעליו קארס, אנגעהויבן פון יאר 06' ביז היי יאר. מען האט נעכטן שוין געזען פארשידענע צייכענעס אז די סטאקס פון "בי עם דאבעליו" וועלן ליידן ערנסטע פארלוסטן אלס רעזולטאט פונעם ריקאל.

בילד: בי-עם-דאבעליו גרייט אויף פארלוסטן צוליב "ריקאל"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל