אויסטראליע – די רעגירונג אין אויסטראליע פלאגט זיך מיט א מאדנעם, אבער קאסטבארן, פראבלעם, נעמליך אז פויגלען צעבייסן די ספעציעלע דראנטן וועלכע ליפערן אינטערנעט פארבינדונג פאר'ן גאנצן לאנד. אין אויסטראליע האט די רעגירונג אינוועסטירט 36 ביליאן דאלער אין די לעצטע פאר יאר, צוצושטעלן אינטערנעט דראנטן וועלכע ציען זיך פון איין עק לאנד צום אנדערן, אבער יעצט דארף זי פריש אנהייבן אויסגעבן הונדערטער טויזנטער דאלארן, נאכ'ן אויפדעקן אז די "קאקעטו" פויגלען – וועלכע זענען זייער פארשפרייט אין אויסטראליע – גלייכן זייער שטארק צו בייסן די דראנטן, וואס שעדיגט און שוואכט אפ די אינטערנעט פארבינדונג פאר פילע בירגער. די רעגירונג אויטאריטעטן פרובירן אויפצוקומען מיט פארשידענע וועגן וויאזוי צו באקעמפן דעם אינטערעסאנטן פראבלעם, אריינגערעכנט אז זי ארבעט מיט חיות-עקספערטן צו דערגיין צי עס איז מעגליך אז די קאלירן פון די דראנטן ברענגען אז די פויגלען זאלן אזוי צוציען דערצו, און אויך וועט די רעגירונג אינסטאלירן פרישע שיכטן אויף אלע דראנטן, אז עס זאל זיין פויגל-פּרוף.

בילד: די פויגלען זענען קעגן דעם אינטערנעט...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל